Dowiedz się dlaczego efekty naszej pracy udostępniamy na wolnych licencjach i co to jest wolna kultura!

Przeczytaj

Masz problemy z pisaniem w jidysz pod Windowsem?
Pobierz odpowiednią klawiaturę!

Przeczytaj

Podobają Ci się koszulki i gadżety z naszym logo? Teraz możesz je zdobyć wspierając nasz projekt!

Przeczytaj

זאָג נישט קיין מאָל

זאָג נישט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,
כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג.
קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –
ס׳וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט: מיר זײַנען דאָ!

פֿון גרינעם פּאַלמען־לאַנד ביז ווײַסן לאַנד פֿון שניי,
מיר זײַנען דאָ מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי,
און וווּ געפֿאַלן ס׳איז אַ טראָפּ פֿון אונדזער בלוט,
שפּראָצן וועט דאָרט אונדזער גבֿורה, אונדזער מוט!

ס׳וועט די מאָרגן־זון באַגילדן אונדז דעם הײַנט,
אונדזער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿײַנט,
און אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון און דער קאַיאָר –
ווי אַ פּאַראָל זאָל זײַן דאָס ליד פֿון דור צו דור.

דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט, און נישט מיט בלײַ,
ס׳איז נישט קיין לידל פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרײַ,
נאָר ס׳האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט
דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט.

טאָ זאָג נישט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,
כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג.
קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –
ס׳וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט: מיר זײַנען דאָ!

[ ווערט געהערט „געוואָלט” ווערסיע ]

Wieści - z Jidyszlandu